וויאזוי Boverket באהאנדלט פערזענליכע אינפארמאציע

Granskad:

דא קענט איר ליינען איבער וויאזוי Boverket (די שוועדישע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן) באהאנדלט איר פאראנטווארטליכקייט איבער פראצעסירן פערזענליכע אינפארמאציע אין איינקלאנג מיט די GDPR.

Boverket איז די אינפארמאציע קאנטראלירער

Boverket איז די אינפארמאציע קאנטראלירער מיט פראצעסירן פערזענליכע אינפארמאציע וואס קומט פאר אין די ראם פון די אויטאריטעט'ס געגנטער פון אקטיוויטעט.  

וואס איז די ציל דערפון?

Boverket פראצעסירט פערזענליכע אינפארמאציע כדי צו ערפולן די אויטאריטעט'ס ציל און צוועקן. די פראצעסירונג ווערט אויסגעפירט, צום ביישפיל, כדי צו אנפירן פראיעקטן און קעיסעס, באהאנדלען קאמיוניקאציע מיט די וועלכע האבן אריינגעגעבן פראגעס, אדער איינפירן אויטאריטעט.

די צוגאנג פאר פובליק צוטריט

אלץ א רעגירונגס אגענטור, איז די נאציאנאלע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן אונטער די צוגאנג פאר פובליק צוטריט. דאס מיינט אז די פובליק האט די רעכט צו האבן צוטריט צו די אגענטור'ס פובליק דאקומענטן. א פובליק דאקומענט קען זיין, צום ביישפיל, אימעילס, בריוון אדער דאקומענטן וואס די נאציאנאלע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן האט באקומען אדער געמאכט.

אסאך פון די דאקומענטן וואס די נאציאנאלע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן באקומט אדער מאכט ווערן פובליק דאקומענטן און מוזן געהאלטן ווערן אין איינקלאנג מיט די פארשריפטן פון די ארכיוון אקט. אין געוויסע פעלער, זענען דא באשלוסן אויף אויסדינערן, וואס דאס מיינט אז דאקומענטן ווערן נאר געהאלטן פאר א געוויסע לענג פון צייט.

ווען א דאקומענט ווערן געבעטן, וועט Boverket אפשאצן אויב די אינפארמאציע קען ווערן ארויסגעגעבן אדער אויב עס פאלט אונטער געהיימקייט אונטער די פובליק צוטריט צו אינפארמאציע און געהיימקייט אקט. עס איז א פונדעמענטאלע רעכט אונטער די צוגאנג פאר פובליק צוטריט צו בעטן פאר פובליק דאקומענטן. Boverket טאר נישט פרעגן ווער עס בעט די אינפארמאציע אדער פאר וואס זיי ווילן עס נוצן.

פובליק דאקומענטן קענען ענטהאלטן פערזענליכע אינפארמאציע. אויב א פובליק דאקומענט ענטהאלט פערזענליכע אינפארמאציע, קען עס דערנאך ווערן ארויסגעגעבן אויסער אויב די אינפארמאציע פאלט אונטער די טעמע פון געהיימקייט.

וועלכע אינפארמאציע ווערט פראצעסירט?

די פערזענליכע אינפארמאציע פראצעסירט דורך די נאציאנאלע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן קען פארמאגן די אדרעס, בילד פונעם מענטש, רעפערענץ נומער, אימעיל אדרעס, פראפערטי נומער, געבורט דאטום, וואוינונג, סעלפאון נומער, נאמען אדער פערזענליכע אידענטיטעט נומער און אנדערע אינפארמאציע וואס פעלט אויס פאר די ספעציפישע אויפגאבע אדער קעיס. די פערזענליכע אינפארמאציע פראצעסירט דורך די נאציאנאלע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן קומט אפט מאל גראד פון דער מענטש וואס מען נעמט זיין אינפארמאציע אדער פון אנדערע פערזאנען.

וואס איז די לעגאלע באזיס?

Boverket פראצעסירט פערזענליכע אינפארמאציע אויף די באזיס פון כאטש איין לעגאלע באזיס אונטער ארטיקל 6 פון די GDPR. די מערסטע באקאנטע באזיס איז אז די פראצעסירונג פעלט אויס אויף צו אויספירן א פליכט אין די פובליק אינטערעסע אדער אלץ טייל פון Boverket'ס רעכט צו איינפירן פובליק אויטאריטעט. טייל מאל ווערט די פראצעסירונג אויסגעפירט צוליב א לעגאלע פליכט. אין געוויסע פעלער, איז די פראצעסירונג באזירט אויף אן אפמאך אדער צושטימונג פון דער מענטש וואס מען נעמט זיין אינפארמאציע.

ווי לאנג ווערט די אינפארמאציע געהאלטן?

פערזענליכע אינפארמאציע ווערט נאר געהאלטן פאר אזוי לאנג ווי מען דארף עס צו ערפולן די ציל פון די פראצעסירונג, אין איינקלאנג מיט די GDPR. אינעם זעלבן צייט, אלץ א רעגירונגס אגענטור, מוז די נאציאנאלע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן אויספאלגן די גילטיגע שוועדישע געזעצן, אזויווי די ארכיוון אקט. דאס מיינט אז פערזענליכע אינפארמאציע מוז אריינגעלייגט ווערן אין די ארכיוון, אפילו נאך וואס די ציל פון די פראצעסירונג ווערט ערפולט. די אינפארמאציע מעג נאר ווערן אויסגעמעקט ווען מען דארף עס שוין נישט האבן, אויב עס איז דא א ספעציפישע באשלוס דאס צו טון.

איז די פראצעסירונג פארזיכערט?

Boverket באשיצט פערזענליכע אינפארמאציע דורך פאסיגע ארגאניזאציע און טעכנישע זיכערהייט מאסנאמען.

אין די נאציאנאלע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן, קענען נאר מענטשן מיט אויטאריזאציע - כדי צו אויספירן זייערע אויפגאבעס - האבן צוטריט צו די פערזענליכע אינפארמאציע. די אינפארמאציע ווערט פראצעסירט אין די נאציאנאלע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן'ס אינערליכע IT סיסטעם. נאכמער, די פערזענליכע אינפארמאציע ווערט טיילמאל אויך פראצעסירט דורך אונזער דרויסנדיגע פירמעס, וועלכע קענען ארייננעמען סאב-פראצעסירער, וועלכע מאכן זיכער אז עס איז דא גענוג א הויכע שטאפל פון זיכערהייט.

פירט מען אריבער סיי וועלכע אינפארמאציע צו דריטע לענדער?

אין צוגאנג, פראצעסירט Boverket בלויז פערזענליכע אינפארמאציע אינערהאלב די EU/EEA. אין פעלער וואו מען פירט אריבער אינפארמאציע צו דריטע לענדער, וועט מען נעמען די נויטיגע זיכערהייט מאסנאמען.

ווער נאך האט צוטריט צו די אינפארמאציע?

לויט די צוגאנג פון פובליק צוטריט, קען Boverket ארויסגעבן פערזענליכע אינפארמאציע פאר יעדער איינער וואס בעט פאר א פובליק דאקומענט.

אין געוויסע פעלער, קען Boverket אויך ארויסגעבן פערזענליכע אינפארמאציע פאר אנדערע אויטאריטעטן, מוניציפאליטעטן און ארגאניזאציעס, צום ביישפיל.

וואס זענען די רעכטן פון דער מענטש וואס מען נעמט זיין אינפארמאציע?

דאס זענען די רעכטן פון דער מענטש וואס מען נעמט זיין אינפארמאציע (פאר זייער אייגענע פערזענליכע אינפארמאציע) אונטער די GDPR:

  • באקומען אינפארמאציע - אין פארשידענע מיטלען און אין פארשידענע וועגן - איבער וויאזוי פערזענליכע אינפארמאציע ווערט פראצעסירט.
  • בעטן אינפארמאציע איבער וועלכע פערזענליכע אינפארמאציע ווערט פראצעסירט (רעגיסטראר אויסציאונג).
  • פארלאנגען אז פאלשע פערזענליכע אינפארמאציע זאל ווערן פארראכטן.
  • פארלאנגען אז פערזענליכע אינפארמאציע זאל ווערן אויסגעמעקט.
  • פארלאנגען אז דאס פראצעסירונג פון פערזענליכע אינפארמאציע זאל ווערן באגרעניצט.
  • קעגנשטעלן צו פראצעסירן פערזענליכע אינפארמאציע.
  • פארלאנגען אז פערזענליכע אינפארמאציע זאל ווערן אריבערגעפירט (אינפארמאציע באוועגונג).

אריינגעבן א קלאגע אויב דער מענטש וואס מען נעמט זיין אינפארמאציע האלט אז Boverket'ס פראצעסירונג פון פערזענליכע אינפארמאציע פארלעצט די GDPR. מען קען דאס טון אויף די שוועדישע אויפזיכט אויטאריטעט'ס וועבזייטל, וואו מען קען זען מער אינפארמאציע.

די שוועדישע אינפארמאציע באשיצונג אויטאריטעט'ס וועבזייטל

קאנטאקט

אויב איר האט סיי וועלכע פראגעס אדער קאמענטארן וועגן Boverket'ס פראצעסירונג פון אייער פערזענליכע אינפארמאציע - אדער איר ווילט איינפירן אייערע רעכטן אונטער די GDPR -קענט איר זיך פארבינדן מיט Boverket אדער מיט Boverket אינפארמאציע באשיצונג אפיציר דורך אימעיל.

Boverket (2026). וויאזוי Boverket באהאנדלט פערזענליכע אינפארמאציע. https://www.boverket.se/sv/om-boverket/other-languages/jiddisch/boverkets-ansvar/ Hämtad 2026-01-10