Boverket וועגן

Granskad:

Boverket (די שוועדישע נאציאנאלע באורד איבער האוזינג, בויען און פלאנירן) געבט זיך דאס מערסטע אפ מיט פראגעס איבער פלאנירן, בויען און האוזינג. אונזער ארבעט איז באזירט אויף די פלאנירן און בויען אקט.

די נאציאנאלע באורד איבער האוזינג, בויען און פלאנירן איז די אדמיניסטראטיווע אויטאריטעט פאר פראגעס איבער די געבויעטע אומגעגנט, לאנד און וואסער פארוואלטונג, פיזישע פלאנירונג, אויפבויען און פירן געביידעס, האוזינג און האוזינג פינאנץ. דאס מיינט אז מיר, צווישן אנדערע זאכן

  • אנטוויקלען רעגולאציעס און פארשריפטן
  • זענען פאראנטווארטליך צו שטיין איבער ענערגיע דעקלעראציעס
  • זענען פאראנטווארטליך איבער איינפירן די פלאנירן און בויען אקט
  • פארטיילן סטעיט הילף און גרענטס
  • פארשן אויס און קוקן איבער פראבלעמען אין אונזער געגנט פון אקטיוויטעט.

די נאציאנאלע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן ארבעט אויך צו פארשפרייטן אינפארמאציע אינערהאלב אונזער געגנט פון פאראנטווארטליכקייט, אויספאלגן די ענווייראמענטאלע ציל פון א גוט-געבויעטע אומגעגנט און זיין פארמישט אין אינטערנאציאנאלע ארבעט אינערהאלב דעם פעלד. אונזער ארבעט איז באזירט אויף די פלאנירן און בויען אקט, טיילן פון די ענווייראמענטאלע קאוד און די האוזינג סופליי אקט. די נאציאנאלע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן איז אויך די עמערדזשענסי גרייטקייט אויטאריטעט אין די נייע עמערדזשענסי גרייטקייט פעלד פאר אינדוסטרי, בוי-ארבעט און האנדל. 

פארבינדט זיך מיט די נאציאנאלע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן

ביטע שפירט זיך באקוועם זיך צו פארבינדן מיט די נאציאנאלע באורד פון האוזינג, בויען און פלאנירן אויב איר האט סיי וועלכע פראגעס אינערהאלב אונזער געגנט פון פאראנטווארטליכקייט. אבער, ווען עס קומט צו די פלאנירן און בויען אקט און בויען רעגולאציעס, דארפט איר זיך געווענליך פארבינדן מיט אייער ארטיגע אויטאריטעט (סיי פאר אלגעמיינע פראגעס און סיי פאר אינדיווידועלע קעיסעס). טייל פון די גרענטס וועלכע איר קענט זיך איינגעבן פאר אויף אונזער וועבזייטל ווערן באהאנדלט דורך די קאונטי אדמיניסטראטיווע באורד, און איר זאלט זיך פארבינדן מיט זיי אויב איר האט סיי וועלכע פראגעס דערויף. 

אימעיל registraturen@boverket.se

טעלעפאן: 00 30 0455-35

פאסט אדרעס: Boverket, Box 534, 371 23 Karlskrona

אדרעס צו באזוכן: Skeppsbrokajen 16, 371 33 Karlskrona

מאפע וואס ווייזט Boverket'ס אדרעס אין (hitta.se) Karlskrona 

די טעלעפאן און די אויפנאמע טישל זענען אפן אלע וואכנטעג (אויסער פובליק האלידעיס) פון 9:00 אינדערפרי ביז 12:00 מיטאג און פון 1:00 מיטאג ביז 3:00 נאכמיטאג.

Boverket (2026). Jiddisch, ייִדיש. https://www.boverket.se/sv/om-boverket/other-languages/jiddisch/ Hämtad 2026-01-10