צוטריטלעכקײט

עס זאָל זײַן מיגלעך פֿאַר אַלע מענטשן צו זײַן אַ טײל פֿון דער געזעלשאַפֿט מיט לײַטן גלײַך.
מענטשן אָן פֿיזישע שװעריקײטן און מענטשן וואָס ניצן, למשל, רעדערשטול, ראָלאַטאָר אָדער שטעקן זאָלן אַלע זײַן ביכולת צו זײַן אין אַ בנין. אויך מענטשן מיט שװעריקײטן צו זען, הערן אָדער מיט אַנדערע פֿאָרעמען פֿון פֿעיִּקײטן פֿון אַריענטירונג זאָלן זײַן אין שטאַנד צו ניצן די געבויטע סבֿיבֿה.

עס זײַנען פֿאַרשײדענע געזעצן צו פֿאָלגן װען עס קומט צו צוטריטלעכע בנינים.

שוועדן מוז פֿאָלגן די פֿ"פֿ-קאָנװענציע װעגן דאָס רעכט פֿאַר מענטשן מיט פֿיזישע און פּסיכישע שװעריקײטן. די שװעדישע געזעצן; דאָס געזעץ וועגן פּלאַנירונג און בויונג
און די בוי-כּללים פֿון דער וווינונג-אַדמיניסטראַציע פֿאָלגן די קאָנװענציע.

Granskad: Sidansvarig: Webbredaktionen