אַזוי װוינען מיר אין שװעדן

דער אינסטאַנץ, דאָס סטאַטיסטישע צענטראַל-ביוראָ, SCB, האָט סטאַטיסטיק וואָס װײַזן װי אַזוי די שװעדן לעבן. SCB זאָגט אַז עס איז געװען דאָ אַרום 4.5 מיליאָן דירות אין שװעדן 2013.

כּמעט 2 מיליאָן פֿון די דאָזיקע דירות ליגן אין קלײנע הײַזער, כּמעט 2.3 מיליאָן ליגן אין דירות-הײַזער, בעערך 200.000 זײַנען דירות אין ספּעציעלע װוינונגען און 80.000 ליגן אין אַנדערע מין הײַזער.

די 200.000 ספּעציעלע וווינונעגן זײַנען געװען אָפּגעטײלט אין װוינונגען פֿאַר די אַלטע, מענטשן מיט פֿיזישע שװעריקױטן, און סטודענט-װוינונגען.

Granskad: Sidansvarig: Webbredaktionen