פּלאַנירונג פֿאַרן גאַנצן שוועדן

עס זײַנען דאָ פּלענער פֿאַר װי אַזוי מען מעגט בויען אין שװעדן. די פּלענער זײַנען דאָ פֿאַר קאָמונעס און פֿאַר ראַיאָנעןä אָבער עס זײַנען ניט פֿאַראַן קײן לאַנדפּלאַנירונג פֿאַרן גאַנצן שװעדן.

אָבער, די מלוכה קען ווירקן אויף די פּלענער פֿון די קאָמונעס און ראַיאָנען מיט לאַנדישע צילן און מלוכישע אינטערעסן.

לויט די געזעצן וועגן פּלאַנירונג און בויונג איז עס די קאַונטי-אַדמיניסטראַציעס וואָס זאָלן זען אַז די לאַנדישע צילן ווערן ווירקלעכקייט און אַז אַלע באַטראַכטן די מלוכחשע אינטערעסן.

די קאַונטי-אַדמיניסטראַציעס קענען, למשל, ווירקן אויף ענינים וועלכע האַנדלען זיך מיט וואָס מעגט זײַן גוט אָדער שלעכט פֿאַר שוועדן:
צום בײַשפּיל דאָס געזונט און די זיכערקייט פֿון מענטשן, און די ריזיקע פֿאַר אַקצידענטן אָדער מבולען.

Granskad: Sidansvarig: Webbredaktionen