אַזוי פּלאַנירט מען די בויונג אין שוועדן

ָט קענט איר לײענען װעגן װי אַזוי מע פּלאַנירט די בויונג אין שװעדן

די קאָמונע אַרבעט מיט פֿיזישנער פּלאַנירונג. פֿיזישע פּלאַנירונג האַנדלט זיך מיט
ווי אַזוי צו ניצן לאַנד און יםען אויס, וווּ עס זאָל זײַן פֿאַראַן בנינים און װעגן, און וואָס פֿאַר אַן אויסזען זײ זאָלן האָבן. די קאָמונעס פֿאָלגן די געזעצן וועגן פּלאַנירונג און בויונג.

עס זײַנען דאָ דרײַ מין קאָמונאָלע פֿיזישע פּלענער:
איבערקוק-פּלענער, פּרט-פּלענער און שטח-באַשטימונגען.

דער איבערקוק-פּלאַן זאָל באַדעקן די גאַנצע קאָמונע. ער באַװײַזט ווי אַזוי די קאָמונע וויל אַז שטאָט און דאָרף זאָלן זײַן אין דער צוקונפֿט, וועלכע שטחים די קאָמונע וויל אַז מע זאָל בויען אויף, און וווּ די קאָמונע מײנט אַז מע זאָל ניט בויען עפּעס.

די פּרט-פּלענער האַלטן כּללים פֿאַר וווּ מע מעגט בויען נײַע בנינים און וואָס פֿאַר אַן אויסזען זײ מעגן האָבן.

די שטח-באַשטימונגען איז אַ מישלינג פֿון אַן איבערקוק-פּלאַן און אַ פּרט-פּלאַן.
זײ באַשטימען ,למשל, ווי גרויס אַ כאַטע מעגט זײַן.

Granskad: Sidansvarig: Webbredaktionen