CE-צערטיפֿיקאַט פֿון בויװאַרג
אַ סך בויװאַרג דאַרפֿן זײַן CE-צערטיפֿיצירטע כּדי צו זײַן לעגאַל צו פֿאַרקויפֿן. דאָס גילטן פֿאַר דער גאַנצער אײראָפּע. דער CE-צערטיפֿיקאַט באַשרײַבט די אײגנקײטן פֿונעם פּראָדוקט. ער באַװײַזט אויך ווער װאָס האָט פֿאַבריצירט דעם פּראָדוקט.
די וואָס פֿאַבריצירן בויװאַרג באַשרײַבן די פּראָדוקטן מיט די זעלביקע מעטאָדן. דערפֿאַר, מאַכט דער CE-צערטיפֿיקאַט עס גרינגער צו האַנדלען מיט בויװאַרג אין אײראָפּע.
אַ CE-צערטיפֿיקאַט פֿאַר אַנדערע מין פּראָדוקטן, למשל, שפּילװאַרג אָדער עלעקטרישע פּראָדוקטן, איז אַ הסכּמה.
אָבער פֿאַר בויװאַרג באַװײַזט דער CE-צערטיפֿיקאַט אַז די אײגנקײטן פֿונעם פּראָדוקט זײַנען באַשריבן געװאָרן אויפֿן זעלביקן אופֿן אין דער גאַנצער אײראָפּע.
די װאָס באַניצט בויװאַרג דאַרפֿן אַלײן באַשליסן אויב עס פּאַסט זיך צו ניצן. די אינפֿאָרמאַציע אינעם CE-צערטיפֿיקאַט זאָלן הילפֿן מיט דעם.