På Boverket.se används cookies för att webbplatsens funktioner ska visas korrekt. Klicka på "Jag förstår-knappen" för att acceptera att cookies används. Läs mer om Cookies

Gå till sidans meny Gå till sidans innehåll

פֿון געזעץ צו אלגעמײנער עצה

קאָנסטיטוציע

שװעדן האָט פֿיר קאָנסטיטוציאָנעלע געזעצן. זײ זײַנען וויכטיקער פֿון אַלדי אַנדערע געזעצן.
דאָס הײסט אַז אַנדערע געזעצן דאַרפֿן פֿאָלגן די קאָנסטיטוציאָנעלע געזעצן.

געזעצן

דער שוועדישער פּאַרלאַמענט באַשליסן װעגן די געזעצן פֿון שװעדן.
פֿאַראָרדענונגען און תּקנות באַשרײַבן, פּרטימדיק, די געזעצן.
פֿאַראָרדענונען
די רעגירונג באַשליסט װעגן פֿאַראָרדענונגען.

תּקנות

עס טרעפֿט זיך אַז עס זײַנען ניט גענוג מיט געזעצן און פֿאַראָרדענונגען, אָבער מע דאַרף נאָך פּרטימדיקע כּללים. שרײַבט מען תּקנות.
אינסטאַנצן שרײַבן די תּקנות.

אַלגעמײנע עצות

אַן אַלגעמײנע עצה זאָגט ווי אַזוי מען מעגט אָדער זאָל טאָן כּדי צו פֿאָלגן אַ געזעץ, פֿאַראָרדענונג אָדער תּקנה.
אינסטאַנצן מעגן שרײַבן אַן אַלגעמײנע עצה.

א"פֿ

דער א"פֿ ווירקט אויף שוועדישע כּללים דורך למשל א"פֿ-דירעקטיװן און א"פֿ-פֿאַראָרדענונגען.

די א"פֿ-דירעקטיװן זאָלן זײַן מקײם דורך דער שװעדישער לעגיסלאַציע. דאָס הײסט אַז מע דאַרף פֿאַרענדערן די שװעדישע כּללים לויט דעם א"פֿ-דירעקטיוו.

אַן א"פֿ-פֿאַראָרדענונג ווערט תּכּיף אַ טײל פֿון דער שװעדישער לעגיסלאַציע. טאָמער שװעדן האָבן כּללים וואָס זײַנען ניט-אויסשטימלעך מיט אַן א"פֿ-דירעקטיװ ווערן די דאָזיקע כּללים אומגילטיקע.

Tillbaka till toppen