På Boverket.se används cookies för att webbplatsens funktioner ska visas korrekt. Klicka på "Jag förstår-knappen" för att acceptera att cookies används. Läs mer om Cookies

Gå till sidans meny Gå till sidans innehåll

אַזוי מאַכט מען אַן אַפּליקאַציע פֿאַר אַ לויבעניש צו בויען

דאָס הויז.
איר מעגט אויך דאַרפֿן אַ לויבעניש צו בויען כּדי צו אויפֿשטעלן אַ פּלויט אָדער אַ מויער.
עס איז דער בויונגסאַמט אין אײַער קאָמונע וואָס באַשטימט אויב איר דאַרפֿט אַ לויבעניש צו בויען.

אויב איר זענט אומזיכער צי איר דאַרפֿט צי איר דאַרפֿט ניט קיין לויבעניש צו בויען, זאָלט איר שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן בויונגסאַמט. אַ מאָל מוז מען מאַכן אַן אַפּליקאַציע כאָטש איר ניט דאַרפֿט קײן לויבעניש צו בויען.

1. פֿרעגט דעם בויונגסאַמט אויב איר דאַפֿט אַ לויבעניש צו בויען

ווילט איר וויסן אויב איר דאַרפֿט אַ לויבעניש צו בויען זאָלט איר שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן בויונגסאַמט אין דער קאָמונע וווּ דער בנין געפֿינט זיך. מײנט דער בויונגסאַמט אַז איר דאַרפֿט אַ לויבעניש צו בויען מוזט איר מאַכן אַן אַפּליקאַציע.

2. שיקט אַרײַן די אַפּליקאַציע און אַלע דאָקומענטן

איר מאַכט אַן אַפּליקאַציע פֿאַר אַ לויבעניש צו בויען בײַם בויונגסאַמט אין דער קאָמונע. עס זאָל זײַן אַ ריפֿטלעכע אַפּליקאַציע די אַפּליקאַציע זאָל האַלטן די אינפֿאָרמאַציע, צײכענונגען און אַנדערע דאָקומענטן וואָס די קאָמונע דאַרפֿט כּדי צו אַרבעטן מיט דער אַפּליקאַציע און באַשליסן.

3.דער בויונגסאַמט מאַכט אַן ערשטן דורכקו

קודם־כּל קאָנטראָלירט דער בויונגסאַמט אויב איר טאַקע דאַרפֿט אַ לויבעניש צו בויען.
מען קאָנטראָלירט אויך אויב אַלע דאָקומענטן זײַנען דאָ.

האָט איר ניט אַרײַנגעשיקט אַלע דאָקומענטן וועט דער בויונגסאַמט פֿאָדערן אַז איר דערגאַנצט די אַפּליקאַציע, דאָס הײסט אַרײַנשיקן די פֿעלנדיקע דאָקומענטן.

4. איר באַקונט אַ קוויטל

ווען דער בויונגסאַנמט מײנט אַז איר זענט אין גאַנצן פֿאַרטיק מיט דער אַפּליקאַציע שיקט דער בויונגסאַמט אײַך אַ קוויטל.
דאָס קוויטל האַלט אינפֿאָרמאַציע וועגן דער לעצטער דאַטע פֿאַרן בויונגסאַמט צו באַשליסן וועגן אַ לויבעניש צו בויען.
עס זאָל אויך באַשרײַבן ווי אַזוי איר באַקלאָגט זיך אויפֿן באַשלוס.

5. אַזוי אַרבעט דער בויונגסאַמט מיט אײַער אַפּליקאַציע

ווען איר מאַכט אַן אַפּליקאַציע פֿאַר אַ לויבעניש צו בויען פֿאָרשט דער בויונגסאַמט אויס אויב עס איז דאָ אַ פּרט-פּלאַן אָדער שטח-באַשטימונגען וואָס אָנווערקן אויף אײַער בנין.
און אויב זײ, אַם-כּן, דערלויבן אײַך צו בויען דאָס וואָס איר ווילט בויען.

דער בויונגסאַמט פֿאָרשט אויך אויס, למשל, אויב דער בנין האָט אַ גוטע פֿאָרעם און גוטן קאָליר און אויב ער איז צוטריטלעך פֿאַר די מיט פֿיזישע שוועריקייטן.


6. דער בויונגסאַמט באַשליסט אויב איר באַקומט אַ לויבעניש צו בויען

ווען איר באַקומט אַ לויבעניש צו בויען באַקומט אײַערע שכנים אַן אָנזאָג אַז איר האָט באַקומען אַ לויבעניש צו בויען. נאָך דעם, קענען זײ אַפּעלירן אין ניט מער ווי דרײַ װאָכן.

מע וועט אויך פּובליקירן אַן אַנזאָג מיטן באַשלוס אין דער צײַטונג.
נאָך דעם אַז ער איז פּובליקירט געװאָרן אין דער צײַטונג, קען מען אַפּעלירן אין ניט מער װי אײן װאָך.

אויב קײנער אַפּילירט דעם באַשלוס ווערט דער באַשלוס װעגן לויבעניש צו בויען גילטיק. דאָס הײסט אַז מע קען ניט מער אַפּילירן דעם באַשלוס.

אויב דער בויונגסאַמט װאַרפֿט אײַער אַפּליקאַציע װעגן לויבעניש צו בויען אָפּ, קענט איר אַפּעלירן דעם באַשלוס צו דער קאַונטי-אַדמיניסטראַציע.
די קאַונטי-אַדמיניסטראַציע קען פֿאַרענדערן דעם באַשלוס פֿון דער קאָמונע אָדער אָפּװאַרפֿן אײַער אַפּעלאַציע.

אײַער לויבעניש צו בויען איז ניט מער גילטיק אויב איר האָט ניט אָנגעבהויבען צו ב

8. איר באַקומט אַן אָנזאָג פֿון רשות

ווען איר האָט באַקומען דעם אָנזאָג פֿון רשות קענט איר אָנהײבן צו בויען.
אויב איר הײבט אָן צו בויען אָן רשות מעגט איר באונס צאָלן אַן אָפּצאָל.

9. דער בויונגסאַמט באַזוכט דעם אַרבעטסאָרט

נאָך דעם אַז איר האָט באַקומען אײַער אָנזאָג פֿון רשות, זאָל דער בויונגסאַמט באַזוכן דעם אַרבעטסאָרט.
דער בויונגסאַמט שרײַבט אַ פּראָטאָקאָל בעת דעם באַזוך.

10. דער בויונגסאַמט האָט אַ לעצטן צוזאַמענטרעף.

אָפֿט מאָל האָט דער בויונגסאַמט אַ לעצטן צוזאַמענטרעף ווען דער פּראָיעקט איז פֿאַרענדיקט געוואָרן.
געװײנטלעך װעט דאָס געשען אויב איר פֿריער האָט געהאַט אַ טעכנישן צוזאַמענטרעף

אָפֿט מאָל אַראַנזשירט מען דעם לעצטן צוזאַמענטרעף אויפֿן פּלאַץ וווּ איר האָט געבויט.
בעת דעם לעצטן צוזאַנענטרעף גײט איר, למשל, דורך ווי די בויונג האָט געפֿאָלגט דעם קאָנטראָל-פּלאַן און אויב די בויונג האָט געפֿאָלגט דעם באַשלוס אינעם אָנזאָג פֿון רשות.

דער בויונגסאַמט פֿאָרשט אויך אויס אויב איר וועט באַקומען אַן לעצטן אָנזאָג


11. איר באַקומט אַ לעצטן אָנזאָג

דער בויונגסאַמט גיט אײַך אַ לעצטן אָנזאָג ווען איר האָט באַװײַזט אַז איר האָט געטאָן אַלץ װאָס איר האָט געדאַרפֿט טאָן

איר טאָר ניט אָנהײבן ניצן אַ בנין פֿאַר דעם אַז איר האָט באַקומען אַ לעצטן אָנזאָג.

Tillbaka till toppen