טומל

פֿאָרשונג באװײַזט אַז טומל ווירקט אויפֿן געזונט פֿון מענטשן, אָפֿט מאָל פֿאַרשטײען מיר ניט ווי פֿיל. דורך פּלאַנירן און בויען גערעכט קען מען געשאַפֿן גוטע הײַזער אָן טומל.

דאָס געװײנטלעכסטע טומל איז טראַפֿיק, דאָס הײסט װעגן, אײַזן-באַנען און אײראָ-פּלאַן. אויך שכנים און אינדוסטריעס קענען טומלען.

אַ סך אינסטאַנצן טראָגן אויף פֿאַרשײדענע אופֿן דאָס אחריות ווען עס קומט צו טומל.

ווער טוט װאָס?

די קאָמונע טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר פּלאַנירונג לויט דעם געזעץ וועגן פּלאַנירונג און בויונג.

די קאַונטי-אַדמיניסטראַציע קאָנטראָלירט די פּלאַנירונג פֿון דער קאָמונע.

די וווינונג-אַדמיניסטראַציע גיט אַרויס תּקנות און גײט נאָך צילן.

די אַרבעט-סבֿיבֿה-אַדמיניסטראַציע טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר טומל אויפֿן אַרבעטסאָרט.

די פֿאָלקסגעזונט-אינסטאַנץ אַרבעט מיטן געזונט-אַספּעקטן פֿון טומל.

דער גענעראַל-דאָקטאָר פֿאַרהיטן געזונט-ריזיקעס אין דער אַרמײ.

די ים און וואַסער-אינסטאַנץ אַרבעט מיט טומל אין דער וואַסער-סבֿיבֿה.

די קאָנסומענט-אַדמיניסטראַציע קאָנטראָלירט פּראָדוקטן.

די נאַטור-סבֿיבֿה-אַדמיניסטראַציע פֿירט ווי מע ניצט דעם נאַטור-סבֿיבֿה-קאָדעקס

די שיפֿערײַ-אַדמיניסטראַציע אַרבעט צו מינימיזירן דעם ווירק פֿון שיפֿערײַ.

די טראַנספּאָרט-אַדמיניסטראַציע פּרוּווט לויבענישן פֿאַר טראַפֿיק איבער.

די אינטערעס-אָרגאַניזאַציע SKL, די קאָמונעס און ראַיאָנען פֿון שוועדן, אַרבעטן אַקטיוו מיט דער טומל-פֿראַגע מיט פּאָליטיקאַנטן און באַאַמטער.

Granskad: Sidansvarig: Webbredaktionen