די וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אין אַן אַנדער לאַנד וווינען אַנדערש

מענטשן וואָס זײַנען געבוירן געװאָרן אין אַנדערע לענדער האָבן ניט די זעלביקע מיגלעכקײטן צו באַקומען אַ וווינונג, לגבי מענטשן וואָס זײַנען געבוירן געװאָרן אין שװעדן.

די וואָס זײַנען געבוירן געװאָרן אין אויסלאַנד וווינען אָפֿט מאָל אין דעדונגענע דירות און זעלטן אין אײגענע הײמען. אָבער עס וווּ מען איז געבוירן געװאָרן ווען עס קומט צו װווינונג-רעכט.

דאָס וואָס די וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אין אויסלאַנד זעלטן וווינען אין אײגענע הײמען איז צוליב אַז זײ פֿאַרדינען װײניקער געלט. איז עס שווער פֿאַר זײ צו נעמען אַ הלוואה. זיי קענען אויך ניט אַזוי פֿיל וועגן ווי אַזוי דער וווינונג-מאַרק אין שוועדן אַרבעט ווען עס קומט צו כּללים און רגילותן.

זיי וווינען אויך אין און נאָענט צו שטעט וווּ עס זײַנען דאָ אַ סך געדונגענע דירות און וווינונג-רעכט. זײ וווינען דאָרטן מחמת אײגענעם ווילן אָדער ווײַל זײ קענען ניט באַקומען אַ וווינונג אויף אַן אַנדערן אָרט.

די אונטערשייד צווישן זײ וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אין שוועדן און זײ וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אין אויסלאַנד פֿאַרמינערן זיך מיט דער צײַט אינעם לאַנד. די וואָס האָבן שוין לאַנג געוווינט אין שוועדן האָבן לוינען און וווינונגען כּימעט גלײַך צו די וואָס זײַנען געבוירן געװאָרן אין שוועדן.

Granskad: Sidansvarig: Webbredaktionen